קענדאַל פעליקס, וואס האָט קאָנספּירירט אין די מנחם שטאַרק הי"ד קידנעפּינג, און דערנאך אוועקווארפן זיינע קערפער און עס אונטערצינדן נאָכדעם וואס אנדערע מיטארבעטער האבן אים גע'הרג'עט, איז מיטוואך פארשיקט געווארן צו טורמע פאר א טערמין צווישן צוויי און א דריטל ביז זיבן יאהר. פעליקס האט זיך דערקלערט שולדיג צו צווייטע-גראַד קאָנספּיראַציע און ערשטע-גראַד שטערן גערעכטיגקייט, און די שטאַרק פאמיליע גלייבט אז זיין אורטייל איז זייער נאכגעביג.
שטאַרק איז פארכאפט עווארן אינדרויסן פון זיין וויליאמסבורג אפיס דאנערשטאג יאַנואַר 2, 2014, און זיין קערפער איז געפונען געווארן פרייטאג ברענענדיג אין א מיסט קאסטן אין גרעיט נעק, לאנג איילענד.
פּראָקוראָרן גלויבן אַז שטאַרק איז בטעות אומגעברענגט געווארן אינמיטן אַ אומגעלונגענע קידנעפּינג און רויבעריי דורך קענדאַל'ס ברידער ערסקין פעליקס און זייער קוזין קענדעל פעליקס. קענדאַל האט אריינגעשטיגן אין די מיניווען וואו די אנדערע צוויי האבן שוין געהאט פארכאפט מנחם, אבער ווען זיי האבן באמערקט אז מנחם איז ליידער אומגעקומען, האבן קענדאַל און קענדעל אפגעפירט זיין קערפער צו גרעיט נעק, וואו זיי האבן איינגעקויפט גאזעלין און דאן בארבאריש פארשוועכט זיין קערפער פטור צו ווערן פון די באווייזן.
הוסף רשומת תגובה