די גרין ניו דיעל, אַ ראדיקאלע ליבעראלע פאָרשלאָג צו האנדלען מיט קלימאַט טוישן, איז דורכגעפאלן אין די ערשטער פראבע דינסטאג, ווען די סענאַט האט נישט געקענט באַקומען די 60 שטימען נויטיג אָנצוהייבן די דעבאַטע אויף די נישט-בינדענדע רעזאלוציע, מיט 42 דעמאָקראַטן און סענאטאר בערני סענדערס שטימענדיג "דאָהי" (פּרעזענט). קיין איין סענאַטאָר האט נישט געשטימט אָנצוהייבן די דעבאַטע אויף די געזעץ, און 57 געזעצגעבער האבן געשטימט קעגן דאס אויפברעכן די פיליבאָסטער. דעמאָקראַטישע סענסאטארן דאָוג דזשאָונס פון אַלאַבאַמאַ, דזשאָו מענשין פון וועסט ווירזשיניע און קירסטען סינעמאַ פון אריזאנע האבן זיך פאראייניגט מיט 53 רעפובליקאנער און געשטימן "ניין". סענאטאר ענגאס קינג, דער אינדעפענדענט פון מעין, וואָס שטימט געווענליך מיט די דעמאָקראַטן, האט אויך געשטימט "ניין".

די וואָוט איז אַויפגעברענגט געווארן דורך סענאַט מאַיאָריטעט פירער מיטש מעקאַנעל אין אַ פראוו צו באצווינגן דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן - אַרייַנגערעכנט עטלעכע 2020 פּרעזידענטליכע קאַנדידאטן - צו גיין אויף די רעקאָרד איבער די טעמע. מעקאַנעל האט גערופן דעם פאָרשלאָג אַ "ראַדיקאַלע סאָציאַליסטישע איבערמאכונג פון די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע".

די גרין ניו דיל פארלאנגט אז אמעריקע זאל איבערלאזן גאז, קוילן, אויל און מערסטענס אנדערע ברענשטאף און זיי פאַרבייטן מיט אזעלכע ברענשטאף וואס קען איבערגענוצט ווערן, א שטייגער ווי ווינט קראפט און סאלאר ענערגיע. עס רופט צו עלימינירן ביז 2030 אלע ברענשטאף וואס גיבן ארויס גרינהאוז גאַזן פאַראַנטוואָרטליך פאַר קלימאט טוישן. רעפובליקאנער זענען שטארק קעגן דעם פאָרשלאָג, זאגענדיג אז עס וועט אוועקלייגן די עקאנאמיע און ברענגן מאַסיווע שטייער העכערונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל