א הויכראנקיגער באאמטער אין כאמאס האט - אין א שמועס מיט די פרעסע אין מדינת ישראל - געזאגט, אז דער ראקעט אטאקע דעם דינסטאג אין צענטער פון מדינת ישראל איז געקומען אויף די דירעקטער באפעל פון איראן. לויט׳ן באאמטער, האט איראן פארארדנט פאר די גרופע ״איסלאמישע דזשיהאד״ וועלכע איז אונטערגעווארפן אונטער איר צו דערקייקלן דעם צושטאנד, און האבן דערמיט געוואלט שטערן דעם ווידערערוויילונג קאמפיין פונעם מדינת ישראל פרעמיער נתניהו. דער באאמטער האט אויך באשטעטיגט אז די אטאקע איז קאארדינירט געווארן און באקומען די גוטהייסונג פון כאמאס, טראץ וואס זי האט עס אפיציעל געלייקנט און געזאגט אז דאס איז געווען א טעות.
דערווייל בלייבט די סיטואציע אנגעצויגן, און - טראץ וואס אפיציעל זענען די צוויי זייטן איינגעגאנגאן אויף א פייער שטילשטאנד - ווערן באריכטעט אטאקעס נעבן דעם גרעניץ, און דער מיליטער איז רעקרוטירט פאר מעגליכע אפעראציעס אינעם עזה פאס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה