דער אייראפעאישער פאראיין האט היינט באשטעטיגט א רייע פרישע רעגולאציעס קעגן די גרויסע אינטערנעט פירמעס, און לויט טעכנאלאגיע פירמעס וועט דאס מעגליך גענצליך טוישן דעם כאראקטער פון די אינטערנעט און סאציאלע מידיא, און מעגליך צווינגען טייל פון זיי צו באגרעניצן צוטריט אין אייראפע. דער געזעץ וועלכע רופט זיך ״ארטיקל 13״ לייגט אן די פאראנטווארטליכקייט אויף קאפי-רעכטן פאר יעדע בילד/ווידיא/ארטיקל אויף דעם פירמע וועלכע פארפיגט אויף די פלאטפארמע וואו זי ווערט ארויפגעלייגט, דאס הייסט אז אויב א פריוואטער באנוצער שטעלט ארויף א ווידעאו אויף יו-טוב קען די פירמע אויסשטיין א שטראף.
מיט עטליכע חדשים צוריק האט גוגל געזאגט אז דער געזעץ איז ״אינטערנעט צענזור״, און אויב דער געזעץ גייט אריבער וועט זי מעגליך דארפן גענצליך שליסן אירע אקטיוויטעטן, וויבאלד עס איז אוממעגליך פאר אזא ריזיגע פלאטפארמע צו קאנטראלירן אלע אינהאלט. דער געזעץ דארף נאך באשטעטיגט ווערן דורך דעם אייראפעאישן קאנסיל און טעכאנאלאגיע פירמעס לייגן גרויס דרוק צו מבטל זיין דעם גזירה.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה