אין די צייט וואס מען גרייט זיך אין איינע פון די טעג אויף דעם ענדגילטיגן באריכט פון דעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מולער, האט די ספיקערין נענסי פעלאוסי נעכטן קלארגעשטעלט אז דעמאקראטן וועלן נישט רופן פאר אימפיטשמענט אויב דער באריכט צייגט נישט אויף קיין קלארע און ערנסטע פארברעכנס דורך פרעזידענט טראמפ. זי האט דערמיט אפגעווארפן די רופן אינערהאלב דעם דעמאקראטישע פארטיי צו עפענען אן אימפיטשמענט פראצעדור, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען צושפליטערונג און שאדן פאר ביידע פארטייען. ״עס איז א ווייטאגליכע פראצעדור, און מען קען דאס נאר טוהן מיט שטיצע פון ביידע פארטייען״, און דאן צוגעלייגט אז טראמפ איז ״דאס נישט ווערד״, און טראץ וואס ער איז נישט פאסיג צו זיין פרעזידענט איז נישטא קיין לעגאלע גרונד פאר אימפיטשמענט.

ענליכע באמערקונגען האט אויך געמאכט דער ניו יארקער קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער וואס שטייט אין שפיץ פונעם יורידישן קאמיטע, וועלכער האט געזאגט אז דעמאקראטן וועלן שטיצן אימפיטשמענט נאר אויב דאס ווערט געטוהן אויף אן אומפארטייאישן וועג. פעלאוסי האט אויך אנגעדייטעט, אז א דורכגעפאלענע פארזוך פון אימפיטשמענט וועט בלויז העלפן דעם פרעזידענט אין 2020 און שעדיגן דעמאקראטן צווישן זעלבסשטענדיגע ווייילער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל