די ענגלישע פּאַרליאַמענט האט היינט ווידעראמאל אפגעווארן פּרעמיער מיניסטאָרשע טעריסא מעי'ס פּלאַן וויאזוי זיך אַרויסצוציען פון די אייראפעישע יוניאָן מיט אַ 391-224 וואָוט, וואָס וועט צוריקהאַלטן ברעקזיט און גאר איר אינגאנצן אַראָפּפירן פון די רעלסן. דאס איז אַ קאַטאַסטראָפישע קלאַפּ צו מעי. די אפשטימונג לאזט איבער די לאנד אהן קיין קלאָרע וועג פאָראויס, מיט נאר זיבעצן טעג איידער די טערמין צו פאַרלאָזן די אייראפעישע יוניאָן. די פּאַרליאַמענט איז שארף צעטיילט אויף ווען, וואו און אפילו צי מען זאל בכלל פאָרזעצן מיט ברעקזיט, און צי מען זאל רופן פאַר וואַלן אָדער אַ צווייטע רעפערענדום.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל