געשריבן מיט א חודש אדר'דיגע שטימונג...

א סט. לואיס מענטש'ס בילד פון בייגלס געשניטן אין רעפטלעך - ווי ברויט, איז געווארן וויירעל אויף סאשעל מידיא און גענומען ניו יארק מיט א שטורם.

אין די עפאכע ווען מענטשן קערן איבער א וועלט איבער די טשאַלאַנדזש פון געקראַכטע אוגערקעס, קענען ניו יארקער נישט אויסהאלטן די חילול ה'בייגל וויאזוי זי ווערט פּאַלמעסט אין א אומריכטיגע וועג אז דאס איז א פארשוועכונג פון די באליבטע עסן. למען האמת איז גאנץ מאדנע וויאזוי די בייגלס קוקן אויס נאך די שניט פּראָצעדור, מיט א אויסקוק פון עסן צעשטיקלט פאר א קינד אָהן ציין...

די קאנטראווערסיע האט זיך אנגעהויבן אום מערץ 25 דורך אלעק קרויטמאן פון סט. לואיס, מיזורי, ווען ער האט ארויפגעשטעלט אויף די - גע'אסר'טע - טוויטער א בילד פון א שאכטל מיט געשניטענע בייגלס אין די זעלבע וועג וויאזוי מען שניידט רעפטלעך ברויט, צולייגענדיג אז ער האט פארגעשטעלט זיינע קאלעגעס די "סט. לואיס געהיימעניס" וויאזוי צו באשטעלן בייגלס. דער חוטא ומחטיא האט דערביי מכשיל געווען נישט נאר זיינע קאלעגעס, נאר זאגאר אלע שוואכע נשמות וואס וואלגערן זיך אויף די סאציאלע מידיא צו טיילנעמען אין די אומווערדיגע פארשוועכונג אקט.

די גרעסטע לוחמי מלחמת הבייגל איז געווען ניו יארק, וואו די אידישע קולטור האט זיך אריינגעגעסן אין די אלגעמיינע גאס, און - ווי די ווערטל גייט - וויאזוי עס אידיש'ט זיך אזוי גוי'אישט זיך... און די גויאישע עסל געשעפטן זענען פיהל מיט בייגל אפציעס. יעדענפאלס, דער ניו יארקער יענקי - וואס קען אראפשלינגען שמוציגע הייסע הינטן (האַט דאָגס בלע"ז) צוזאמגעשטעלט דורך א אומלעגאלע אימיגראנט מיט זיינע בלויזע הענט, מיט פלייש וואס ליגט א מעת לעת אונטער די פרייע הימל - האט אבער נישט געקענט אראפשלינגען די חוצפה (אויך א אידישע ווארט אדאפטירט דורך דעם גוי אהן ערלויבעניש פונעם מרא דאתרא) צו פארשניידן אזוי דעם בייגל וואס ניו יארק האט אזוי ליעב.

דזשעסיקאַ לעווין פון אָושאנסייד זאָגט אז צו שניידן אזוי אַ בייגל איז אומריכטיג. "איר קענט נישט אזוי שניידן אַ בייגל," זאגט לעווין. "דאס איז לגמרי נישט כשר!" סענאטאָר שומער, איינעם וועמען זיין מאמע האט צופיהל קאמפלימענטירט אלס קינד איבער זיינע כשרונות, האט אריינגעפליקט מיט זיין אלעמען באקאנטער שפארבערישע סטיל, "אין נאמען פון די ניו יארקער דעלעגאַציע: סט. לויאיס, פאַרגֶעטאַבּאַוטאִיט", מיינענדיג די באקאנטע איטאליענישע אויסדרוק "פארגעס דערפון", צעשמירט מיט די ברוקלינער אַקצענט.

אנדערע האבן פארלאנגט ראבערט מוללער אריינצוקוקען צו דאס איז בכלל לעגאל, און געוויסע קאנספיראציע טעאָריקער האבן גאר שפּעקולירט אז דערפאר ווילן געוויסע אריינצומישן מוללער, ווייל זיי ווייסן אז זיין באריכט וועט פאַרשווינדן ווערן אין ריטשארד בור'ס שופלאָד, און א פארוואשענע קיצור וועט אנשטאטס ארויסגעגעבן ווערן און וועט זיך ענדיגען אין צאהללאזע פרעסע קאנפערענצען, ווי שלעכט-געשניטענע בייגלס וועט פארטיילט ווערן.

וואס?! מיר האבן נישט גענוצט די בייגל-לאָך וויץ?! נוצט עס אליינס...


באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל