פרעזידענט פוטין האט נעכטן געלאזט הערן א פרעצדענטלאזע ווארנונג צו אמעריקע, זאגנדיג אז אויב וועט אמעריקע שטעלן מיסיל סיסטעמען אין אירע שכנות׳דיגע לענדער, וועט רוסלאנד ציהלן אירע וואפן אויף אמעריקע. ער האט געמאכט דעם ווארנונג ביי זיין יערליכע אדרעס פאר׳ן רוסישן פארליאמענט, און דערביי אראפגעריסן אמעריקע פאר׳ן זיך ארויסציען פונעם מיסל אפמאך וועלכע פארבאט ביידע לענדער פון אנטוויקלן מיטל-שטרעקיגע ערד-צו-ערד מיסילס.
פוטין האט באשולדיגט אמעריקע אז זי האט בלויז געזוכט א וועג זיך צו ארויסציען פונעם אפמאך אויף צו קענען שטעלן מיסילס אין לענדער נעבן רוסלאנד, און האט געווארנט אז רוסלאנד וועט נישט ווארטן פאר קיין אמעריקאנער אטאקע, און אויב וועט אמעריקע אוועקשטעלט אזעלכע מיסיל סיסטעמען וועט רוסלאנד נעמען שריט קעגן אמעריקע. ״מיר וועלן נישט בלויז צושטערן די סיסטעמען, נאר אטאקירן דארט ווי די באשלוסן ווערן גענומען, אין די פאראייניגטע שטאטן״, האט ער געזאגט צו די אפלאדירונגען פון די פארליאמענט מיטגלידער. און דערביי צוגעלייגט אז רוסלאנד זוכט נישט צו אטאקירן ערשט, אבער אויב אמעריקע וועט אוועקשטעלן אזעלכע סיסטעמען אין אייראפע וועט עס באטראכט ווערן ווי א מלחמה דעקלעראציע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה