און אומפאַראַנטוואָרטליכער פארשוין האט נישט געוואלט ווארטן ווילאנג דער סקול באס לאזט אראפ די קינדער פארענט פונעם אינגל חדר, און האט באשלאסן צו מאכן א שנעלע אומוועג דורכ'ן ארויפפארן אויף די טראָטואַר און זיך גענומען פארן גאַלאָפּ, טאקע אויף די זעלבע טראָטואַר וואו די קליינע קינדערליך האבן געמיטליך שפאצירט פונעם באס צום געביידע פון די חדר, באטראכטענדיג איר - מיט רעכט - אלס א זיכערע פלאץ.

דער פארשוין - ליידער מזרע ישראל - האט זיך פארענטפערט (דורך א פריינד, אויף סאשעל מידיא) אז ער איז געווען אויפ'ן וועג צום שפיטאל צוליב אן עמורדזשענסי אין די משפחה, אבער עס איז שווער צו בארעכטיגן אזא שרעקליכע הפקירות מיט אזא שוואכע תירוץ - אויב עס איז בכלל אמת. א שנעלע איבערזוכט אויף די לייסענס פלעיט פון די קאר, ווייזט א ווילדע היסטאריע פון כאטש דרייצן טיקעטס איבער ברוקלין און מאנהעטן דורכאויס די לעצטע דריי יאהר, אין די ווערד פון הונדערטער דאלער, אריינגערעכנט איין סאמענס פאר'ן דורכפארן א שולע שנעלער ווי ערלויבט.




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל