דער רוסישע אפיציעלע טעלעוויזיע האט פארעפנטליכט א ליסטע פון ציהלן וואס קענען געציהלט ווערן דורך רוסלאנד אין פאל זי פירט דורך א נוקלעארע אטאקע קעגן אמעריקע, צולייגנדיג אז אלע פון זיי וועלן קענען טרעפן אין ציהל אין ווייניגער פון פינף מינוט מיט די נייע הייפערסאניק מיסילס וואס רוסלאנד האלט אינמיטן אנטוויקלן. די ליסטע פון ציהלן נעמט אריין דעם פענטאגאן, קעמפ דעיוויד, און פארשידענע מיליטערישע איינריכטונגען. אבער עס איז נישט קלאר אויב דאס איז א ליסטע וועלכע קומט פון די רוסישע מיליטער אדער אויטאריטעטן, אדער בלויז שפעקולאציעס פון די רוסישע פרעסע. אבער פארט איז עס פרעצענדענטלאז צו עפנטליך אויפברענגען די מעגליכקייט פון נוקלעארע קריג.
דער באריכט דעם זונטאג קומט עטליכע טאג נאכדעם וואס דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט - אין א רעדע צום פארלאמענט - עפנטליך געווארנט אמעריקע איבער אן איבערשפיל פונעם קובאנער מיסיל קריזיס, און געסטראשעט אז רוסלאנד וועט אטאקירן אין אמעריקע אויב זי שטעלט מיסיל סיסטעמען אויף אייראפעאישע באדן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה