אין די טעג געפונען זיך אייראפעישע פירער און די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע אין עגיפטן, וואו עס קומט פאר א סאמיט צווישן דער אייראפעאישער פאראיין און די אראבישע ליגע, אבער גלייכצייטיג ווערט די געלעגנהייט אויסגענוצט דורך בריטאניע און אייראפעאישע פארשטייער צו דיסוקטירן דעם פראבלעם פון ברעקזיט, שטייענדיג ארום א חודש פאר דער געפלאנטער ברעקזיט דאטום אן קיין ערנסטע פארשריט אין די געשפרעכן. דאס קומט נאכדעם וואס דער יעצטיגער אפמאך - וואס איז געשלאסן געווארן נאך א יאר פון געשפרעכן - איז אפגעווארפן געווארן דורך דעם בריטישן פארליאמענט, נאכדעם וואס געזעצגעבער אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע מאפע זענען נישט געווען צופרידן פון פארשידענע פונקטן איבער גרעניץ זיכערהייט און האנדל.

די אינטערנאציאנאלע פרעסע באריכטעט פון אייראפעאישע באאמטע, אז עס ווערט אצינד באטראכט א פלאן צו פארלענגערן די געשפרעכן ארום ברעקזיט מיט גאנצע 21 חדשים, צו געבן א געלעגנהייט פאר בריטישע געזעצגעבער זיך צו אייניגן אויף די טערמינען פון ברעקזיט. דאס איז דראסטיש לענגער פון די ארגינעלע דריי חדשים פארלענגערונג וואס מען האט ביז יעצט באטראכט.

צו קענען פארלענגערן די געשפרעכן, דארף די פירערשאפט פון דעם פאראיין באקומען די איינשטימונג פון אלע 27 מיטגלידער, און אזא פארלענגערונג איז אויך ערווארטעט צו ברענגען שטארקע אויפברויז צווישן די פרא-ברעקזיט פראקציעס אין בריטאניע וועלכע וועלן עס ווארשיינליך באטראכטן אלס א פארזוך צו אנולירן דעם אויסגאנג פונעם ברעקזיט רעפערענדום.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל