דער באס דרייווער האט פארלוירן קאנטראל פון זיין סקול באס אנגעפילט מיט קינדער, און אריינגעקראכט אין אַ בוים אין מאָנסי מיטוואך נאָכמיטאָג.

ראַקלענד הצלה, צוזאַמען מיט אנדערע עמורדזשענסי באאמטע, זענען געווען ביי די סצענע אויף קאַרלטאָן ראָוד בערך 3:30 היינט נאכמיטאג, און געפונען די אויטאָבוס פון די ליזענסקער חדר מיט שווערע שאדן פראָנט פון די באס.

די שרעקליכע בילדער גיבט די איינדרוק פון די ערגסטע אָבער בחסדי השם זענען בלויז געווען מינימאלע פארוואונדעטע.

די גאסן זענען געווען גליטשיג מיט שניי אין דער צייט פון די קראַך, און פּאָליציי פארשן אויב די וועטער האט געשפילט אַ ראָלע אין די קראַך.






באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל