רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעט גאַועטז פון פלארידע האט געזאגט אַז ער האט "פּערזענליך איבערגעבעטן" מייקל כהן איבער אַ טוויט וואָס האט געצויגן באשולדיגונגען פון עדות טעמפּערונג. גאַועטז האט געשריבן אין אַ טוויט מיטוואך נאַכט נאָכפאלגענדיג די אויפטרעטונג פון פּרעזידענט טראמפּ'ס לאנגיעריגער אַדוואָקאַט אַז כהן'ס פאמיליע זאָל זיין "אָף-לימיטס"...

"איך האב זיך פּערזענליך אנטשולדיגט צו כהן פאר'ן רעדן איבער זיין פּריוואַטע משפּחה אין די פובליק", האט גאַועטז גע'טוויט'ד. "אפגעזעהן פון קאָנפליקטן, זאלן פאמיליע מיטגלידער זיין אָף-לימיטס פון אנפאלן פון פאליטיקאנטן, אַריינגערעכנט מיך. לאָמיר צורוה לאָזן די כהן משפּחה".

גאַועטז האט אנגעצונדן א איבערקערעניש און געברענגט א פלאָרידאַ סטעיט באַר אויספאָרשונג פאַר אַ שוין-געמעקטע טוויט קעגן כהן פאָראויס פון זיין פארהער. "העי מייקל כהן - צי ווייסט דיין וויב און שווער וועגן דיין סודות?" האט זיך גאַועטז דאן גערייצט אויף טוויטער. "אפשר איז היינט נאַכט אַ גוט צייט פאַר אַ שמועס. איך בין נייגעריג אויב זי וועט בלייבן מיט דיר ווען דו ביזט אין טורמע. זי וועט בקרוב אסאך געווארן ווערן..." (א טיפישע סטראשע ארויסצוגעבן זיינע סודות, אים אפצושטעלן פון אויפטרעטן די קומענדיגע טאג פאר קאנגרעס ווען ער האט עווענטועל מיאוס באשמוצט דעם פּרעזידענט. זעה ווידיאס.)

עטליכע דעמאָקראַטישע געזעצגעבער האָבן אפן גערופן פאר אַ עטיקס אויספאָרשונג איבער גאַועטז'ס טוויט. דער קאָנגרעסמאַן, אַ נאָענטע אַליאירטער פון פּרעזידענט טראָמפּ, האט ערשט פארטיידיגט זיינע טשעפּענדע קאמענטארן, זאגנדיג אז ער איז עדות "טעסטינג", נישט טעמפּערינג... גאַועטז האט זיך אבער עפנטליך אנטשולדיגט מיטוואך, זאגנדיג אז עס איז "נישט געווען מיין ציהל צו סטראַשען, ווי עטליכע מיינען"... די פלאָרידע באר האט באשטעטיגט מיטוואך, אז זי האָט געעפנט אַ אויספאָרשונג איבער גאַועטז, אַ לייסענסט לויער אין די סטעיט, צו ער האט געבראכן פּראָפעסיאָנאַלע אויפפירונג רולס מיט זיין טוויט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל