דריי מענטשן זענען נעכט אומגעקומען און ניין אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען אַ קאר איז דינסטאג אנגעקלאפט געווארן דורך צוויי לאנג איילענד רעיל ראָוד באנען פארענדיג אין פאַרקערטע דירעקציעס. די קאר איז ארומגעפארן די צוים וואס איז אראפגעקומען אין וועסטבערי, ניו יאָרק, נישט אדורכצולאזן קיינעם ווילאנג די באנען פארן דורך.

די דריי טויטע זענען געווען אין די קאר, און די פארוואונדעטע האט אַריינגערעכנט זיבן באַן פּאַסאַזשירן, אַ באן קאנדאָקטאָר און אַ באן אינזשעניר. די פארוואונדעטע זענען געפירט געווארן צו לאקאלע שפיטעלער ​​מיט מינדערוויכטיגע וואונדן.





באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל