פעדעקס וועט זיך אנשליסן אין די געיעג פון עמעזאָן און אנדערע פירמעס צו שטודירן אַן אָטאַנעמעס (זעלבסט-קאנטראלירטע) ראָבאָט פאַר "לעצטע-מייל" דעליוועריס (פון די לעצטע האב ביז'ן דעסטינאַציע). לויט צו אַ מעלדונג פון די פירמע, וועט די ראָבאָט העלפן פארקויפערס מאַכן זעלבע-טאָג און לעצטע-מייל דעליוועריס צו קאָסטומערס. פעדעקס זאגט אז מער פון 60 פראצענט פון אַ ריטעיל'ס קאָסטומערס וואוינען דריי מייל פון זייער געשעפט אדער ווערהאַוז. ריטעילערס וועלן קענען נוצן די ראָבאָט צו קענען צוטראגן באשטעלונגען צו דערנעבענדע קאָסטומערס אין די זעלבע טאָג. פעדעקס ארבעט אויך מיט אויטאָזאָון, לאָו'ס, פּיצאַהוט, טאַרגעט, וואָלגרינס, און וואָלמאַרט אפצושאצן ריטעילערס' געברויכן פאר אָטאַנעמעס דעליוועריס.
די ראָבאָט וועט אַרומפאָרן אויף טראָטואַרן און נעבן ראָודס. עס וועט זיין באוואפנט מיט טעכנאָלאָגיע עס צו מאַכן פוסגייער-זיכער, אַריינגערעכנט עטליכע קאַמעראַס און וועט אויסרעכענען אַלגעריטמס צו אנדעקן און אויסמיידן זאכען און אנדערע שטערונגען. די ראָבאָט וועט אויספרובירט ווערן דעם זומער אין מעמפיס, טענעסי און אנדערע פלעצער.

הוסף רשומת תגובה