א פרוי וועלכע האט געדינט אינעם אמעריקאנער עיר פארס איז אנגעקלאגט געווארן אין שפיאנירן פאר איראן. מאניקע וויט איז א 39 יעריגע שפיאנאזש באאמטע וועלכע האט געארבעט אין די קאנטערשפיאנאזש איינהייט פונעם אמעריקאנער עיר פארס, און האט דעפעקטירט קיין איראן וואו זי האט אנגעהויבן ארבעטן פאר די ארטיגע שפיאנאזש דינסט און זיי איבערגעגעבן געהיימע קאודס און אינפארמאציע זיי צו העלפן אידענטיפיצירן אמעריקאנער מיליטערישע צילן. וויט האט געארבעט פאר די עיר פארס ביז 2008, און האט זיך געצויגן קיין איראן אין 2012 נאכ׳ן רעקרוטירט ווערן דורך אן איראנער שפיאן אין אמעריקע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה