דער ניו יארקער מעיאר האט עטליכע מאל אנגעדייטעט אז ער קלערט פון אריינשפרינגען אינעם 2020 פרעזידענטליכן פארמעסט, און היינט האט ער גענומען שריט אין דעם ריכטונג ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט פאר א באזוך פון אפאר טאג קיין אייאווע, די סטעיט וועלכע האלט אפ די ערשטע קאקוסעס אינעם פריימערי פארמעסט.

מיט א וואך צוריק האט דעבלאזיא געפלאנט א באזוך קיין ניו העמפשיר, די סטעיט וואס האלט אפ די ערשטע פריימעריס, אבער ער האט עס געמוזט אפרופן צוליב דעם טראגישן טויט פון א פאליציי אפיציר וועלכע איז אומגעקומען פון פריינטליכע פייער.

אויב ער וועלט לויפן וועט ער זיך דארפן ספראווען מיט שטייגנדע אומפאפולאריטעט אין זיין היימשטאט, לעצטערע אנקעטעס צייגן אז ניו יארקער זענען העכסט אומצופרידן מיט זיין פירערשאפט, ספעציעל נאך דעם דורכפאל פון דעם עמעזאן אפמאך, און זיין שלימזל׳דיגע רעאקציע דערצו.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל