אין די פארגרנגענע זומער, האט יאפפעד געפיילט א פעדעראלע קלאגע, אז עס זאל דערקלערט ווערן אומקאָנסטיטוציענאַל פאר די סטעיט עדיוקעשאָן דעפּאַרטמענט און די ניו יארק סיטי דעפּאַרטמענט אוו עדיוקעשאָן צו געבן ישיבות סיי וועלכע קרעדיטס פאר אלע לימודי קודש וואָס ווערט געלערנט מערסטענס טאג. נעכטן האט די פעדעראַלע דיסטריקט קאָורט ארויסגעווארפן די לאָוסוט.
די אָנגעקלאָגטע אין דער קלאגע - אריינגעגעבן דורך נפתלי מאסטער און זיין ארגאניזאציע - זענען געווען פארשידענע סטעיט באאמטע, אבער פארשטייענדיג די וויכטיקייט פון די קעיס, האט "פערלס", אגודה ישראל, תורה ומסורה און יו.דזשעי.או. פון וויליאמסבורג געפיילט אייגענע מאָשענס צו קלארשטעלן די שטעלונג פון ישיבה קאמיוניטי פאר'ן געריכט.
הוסף רשומת תגובה