דער פריידענקערישע צייטונג "דער פארווערטס" האט געמאלדן, אז נאך 122 יאר וועט זי שליסן איר געדרוקטע אויסגאבע אין אידיש. דער פארוואלטונג האט אפגעזאגט א גרויס טייל פון די רעדאקציע און געזאגט אז זיי וועלן ווייטער ערשיינען נאר אויף דער אינטערנעט אין א באגרעניצטן פארמאט. דאס איז א שטארקע קלאפ פאר די נישט-פרומע אידישיסטישע וועלט וואס דער פארווערטס דינט שוין פאר איבער הונדערט יאר אלס זייער שופר. עס שטרייכט אויך אונטער דעם אייביגן פארבינדונג צווישן די אידישע שפראך און ארגינעלע מסורה׳דיגע אידישקייט, און ווייזט איבער אז טראץ אלע פרואוון איז שווער צו האלטן לעבעדיג א שפראך אן האלטן טייער די גאנצע אידישע מסורה.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

2 תגובות

  1. ביטע נישט באשמוצן יענעם ווען איר זענט עובר אויפ'ן איסור פון אינטערנעט באנוץ נישט פאר ביזנעס און סתם נייעס איז נישט פאר קיין ציל פון פרנסה. זייערע רבנים לאזן יא נוצן אינטערנעט אייערע נישט.

    השבמחק
  2. מר. אנונימי, איר קענט די רב פון די וועבסייט? דערוויי זענט איר דער וואס לייענט נייעס שלא לצורך פרנסה, און נישט די וועבסייט וואס איז לכאורה יא פרנסה מיט עדס

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל