פון יוסי געשטעטנער

נענסי פעלאוסי פון קאליפארניע, אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר, איז ערוויילט געווארן אלס ספיקער פון די הויז, די קאנגרעס, דורך צוויי הונדערט צוואנציג קאנגרעסלייט. מידיא נעצן האבן געמאכט צימעס די לעצטע זעקס וואכן צי זי וועט האבן גענוג שטיצע פאר דעם פאסטן, אבער אונז האבן געזאגט אויף קול מבשר פון גלייך נאך די וואלן אז זי גייט זיין ספיקער. איי קען מען אנווייזן אז זי האט געהאט קוים צוויי שטימען מער ווי נויטיג און דאס מיינט זי וואלט פונקט אזוי געקענט דורכפאלן? דאס איז פלאנירט. פעלאוסי האט זיכער געמאכט אז די קאנגרעסלייט וועלכע קענען ממש נישט שטימען פאר איר זאלן נישט שטימען פאר איר ווילאנג זי האט די נויטיגע שטימען פון אנדערע. די זעלבע שפיעל האט שומער געשפילט מיט די איראן אפמאך עטליכע יאר צוריק. ער איז ארויסגעקומען דערקעגן און אזוי אויך טייל אנדערע דעמאקראטן אינעם סענאט, אבער ווייניג גענוג אז עס זאל קענען דורכלעבן א שטימע אין די סענאט.

פעלאוסי'ס ספיקערשאפט קומט אין א צייט וואס א טייל פון די פעדעראלע רעגירונג איז געשלאסן, וואס דערווייל האט עס נישט פארנומען דעם אויבן אן אין די נייעס. דאס איז טאקע מעגליך טייל פון די סיבה פארוואס די שאטדאון ציעט זיך שוין אט צוויי וואכן און די צוויי זייטן טראגן נישט דאגות דערמיט. די פראגע איז נאר צי די חגא סעזאן איז די סיבה פארוואס די שאטדאון איז נישט געווען אזוי פיל אין די נייעס. אויב יא וועט קומען א טויש שוין אין די איצטיגע טעג, ספעציעל אז די נייע קאנגרעס איז איינגעשוואוירן. אין אזא פאל קען עס אנהייבן לייגן דרוק אויף וואשינגטאן זיך א שאקל צו געבן.

אן אנדערע זאך וואס שאקעלט זיך די טעג איז די סטאק מארקעט. ווען די מארקעט שאקעלט זיך קען עס זיין א צייט זיך אריין צו שאקלן אין סטאקס, אבער מען דארף האבן שטאקע נערוון און שטארקע בויך מוסקלען צו דערהייבן די טעגליכע טוישונגען וואס מען זעט פאר די אויגן. אויב א מענטש האט א שטיקל געפיהל צו סטאקס קען מען נעמען עטליכע טויזנט דאלאר און קויפן סטאקס דערמיט צו שפירן לעבעדיג וויאזוי עס איז. דער מענטשן וועט האבן אן עמאציאנאלע ראלער-קאסטער און חרטה געפילן פון 'אוי איך האב געזאלט קויפן דא. אוי, א שאד איך האב געזאלט פארקויפן דארט' און זעהן פאר זיך צי ער דערהייבט עס. פארשטייט זיך אז מען זאל נישט טאן נער'ישע זאכן ווי קויפן פעני סטאקס; נישט קויפן אפשענס אדער קאמאדעטיס וועלכע פארלירן ווערד מיט די דורכגאנג פון צייט, און נאר קויפן מיט געלט וואס מען האט נישט אוועקגעלייגט פאר אן אנדערע זאך ווי א שמחה, א רייזע, צי סיי וועלכע אנדערע הוצאות. מען זאל קויפן אין א רייע פירמעס, נישט אלעס אויף איין ארט. דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר מענטשן וועלכע ווילן אין די צוקונפט אינוועסטירן גרעסערע געלט אינעם מארקעט. איך רעד פון אינוועסטן אין די מארקעט; נישט שפילן אין די מארקעט. סטאקס איז נישט א געים. אז מען שפילט דערלייגט מען זיכער. און אויב גלייכט מען בעסער ריעל עסטעיט צי סתם אנדערע ביזנעס, דאן זאל מען אוועק שטיין פון סטאקס און אנדערש אינוועסטירן אין די ערטער וואו מען איז מער באקוועם, און דער-פון-אויבן זאל געבן הצלחה.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל