צוואנציג מענטשן זענען אומגעקומען און 81 זענען פארוואונדעט געווארן ווען צוויי באָמבעס האבן אויפגעריסן אינדרויסן פון אַ קאטוילישע קירכע אויף אַ דרום פיליפּינען אינזל וואו מוסלעמענער מיליטאַנטן זענען אַקטיוו, האבן זיכערהייט באאמטע געזאגט.

א ווארטזאגער פאַר די פיליפינער פּרעזידענט ראַדריגאָ דוטערט האט פארזיגערט אז די לאנד'ס מיליטער וועט נאכיאגן די אַטאַקירער. "די פיינט פון די לאנג האָבן חוצפה'דיג פּראָוואָצירט די פעיגקייט פון די רעגירונג צו באַשיצן די זיכערקייט פון די בירגערס אין יענע געגנט," האט געזאגט סאַלוואַדאָר פּאַנעלאָ. "די אַרמיי פון די פיליפינען וועט אויפשטייגן צו די פּראָוואָקאַציע און צוקוועטשן די אומערליכע קרימינאלן".

קיינער האט נישט גלייך גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט, אָבער די פּאָליציי פארגעכטיגט די באמבאדירונגען זענען אדורכגעפירט געווארן דורך אַבו סאַאיף, אַ מיליטערישע גרופּע וואָס האט געשוואוירן געטריישאפט צו די איסלאַמישע אייסיס און איז באוואוסט פאַר אירע באמבאדירונגען און ברוטאַליטעט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל