נאך צוויי קערפער זענען געטראפן געווארן נאָכדעם וואס אַ העליקאָפּטער און אַ פליגער האבן צונויפגעקראכט ביי א איטאַליענישע סקי רעזאָרט


דער צאהל טויטע פון די פרייטאגדיגע צונויפשטויס אויף די פראנצויזיש-איטאַליעניש גרעניץ איז געשטיגן פון פינף צו זיבן, נאכדעם וואס די קערפער פון צוויי פעהלענדע מענטשן זענען געפונען געווארן נישט ביים לעבן. צוויי אנדערע מענטשן געפונען זיך אין שפיטאל.

איינער פון די צוויי אין שפיטאל, איז דער פראנצויזישע פּילאָט פון די קליינע פליגער, וואָס האָט זיך בעהויבן פון מעגאווא אין פראַנקרייך. די איטאַליענישע מידיאַ האב געמאלדן שבת נאָכמיטאָג, אז ער איז געווען ארעסטירט געווארן און שטייט אויס מעגליכע קרימינאלע קלאגעס.

די צונויפשטויס האט פאסירט פרייטאג נאָכמיטאָג איבער די רוטאָר גלעטשער, וואָס איז אַ פאפולערע איטאַליענישע סקי רעזאט פארבונדן צו "לא ראזיערע" אין פראַנקרייך. א "גלעטשער" איז א גרויסער קריכעדיגער טייך פון אייז, פארמירט פון קאמפאקטע שיכטן פון שניי, וואס פליסט דורך גראוויטי.

די עקסידענט האט פאסירט אין אַ הייך פון כמעט צען טויזנט פיס.



באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל