אַ צעיושטע גרופע האט באפאלן א ען.וויי.פי.די. טראַפיק שלעפּער-טראָק דרייווער, ווען ער האט פרובירט אוועקצושלעפּן א אידישע קאר. זיי האבן אים באשריגן און פארשעמט פאַרן טוהן זיין אַרבעט, ווייזט ווידיא פון די אינצידענט.

די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג צופרי פאָרנט פון 1501 44'סטן סטריט אין בארא פארק, ווען אַ ען.וויי.פי.די. שלעפּער טראָק איז געשיקט געווארן צו באַזייטיגן אַ מיניווען וואָס איז געווען דארט פּאַרקירט אומלעגאַל.

א גרופּע פון ​​בייזע איינוואוינער האבן געשטורעמט די ארט און אנגעהויבן אוועקפירן קארס אז ער זאל זיי נישט קענען אוועקשלעפען, האט פארציילט פארשטייער פון די פּאָליציי און די יוניאָן. זיי האבן אויך געוואוסט צו דערציילן אז דער וואס האט ווילד אוועקגעפירט די שוין-פארבינדענע קאר, איז נישט געווען די אייגענטומער פונעם קאר.

אויב איז נישט גענוג אז געוויסע אידן האבן א כראָנישע מאנגל אין פארשטאנד און רעספּעקט צום געזעץ און אירע ענפאָרסמענט אַגענטן, האבן די אומפאַראַנטוואָרטליכע ווידיאָ-כאַפּער ארויפגעשטעלט די ווידיאס פונעם אינצידענט אויף סאשעל מידיא, ברענגענדיג אסאך אומנויטיגע אופמערקזאַמקייט צו די אנצידענט.

"מיר וועלן נישט צולאָזן אונזערע פאַרקינג-אַגענטן צו זיין אויסגעשטעלט צו זידלען אין קיין שום פאָרעם, נישט דער קלענסטער פון וועלכע איז די מיאוס'ע ביישפּיל וואָס מיר זעען אין דעם ווידעא," האט געזאגט ען.וויי.פי.די. ווארטזאגער לוטענאנט דזשאַן גרימפּל.

ען.וויי.פי.די. טראַפיק ענפאָרסמענט אגענטן זענען געקומען צו דער געגנט אויף דער פארלאנג פון קאמיוניטי מיטגלידער און לאקאלע פארשטייערס וואס זיינען געווען באזארגט איבער אומלעגאַלע פּאַרקינג צושטאנד וואָס שטערט די לויפענדע פאַרקער, אַריינגערעכנט עמורדזשענסי קארס. דאָס איז א געמיינע אויפירונג קעגן אַן אַגענט וואָס האָט געטאָן זיין אַרבעט צו האַלטן ניו יארקער זיכער בשעת אַרויסווייזן איינגעהאלטנקייט און פּראָפעציאָנאַליזם.

די פאליציי איז אנטשלאסן נישט אדורכצולאזן די אינצידענט אהן קיין נאכווייען. די 66'סטע פּריסינקט האט די אייגענטומער'ס אינפארמאציע, און ער איז ערווארטעט צו אנגעקלאגט ווערן מיט שטערן די רעגירונג אדמיניסטראציע ווייל ער האט געשטערט א טראַפיק אגענטן פון טוהן זיין דזשאב.




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

2 תגובות

  1. Im really sorry but the writer sounds like a real Self hated !Jew

    השבמחק
  2. עס האט מיר אויף זייער וויי געטוהן צו לייענען די ארטיקל און זעהן די ווידיאס, אבער כ'פארשטיי אז די פראבלעם שטעקט מיט די ווילדע חברה; נישט די שרייבער...

    #DontShootTheMessenger

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל