א שרעקליכע "באָג" איז אנדעקט געווארן אין די "פעיסטיים" עפּפּ און ווערט דערווייל פארשפרייט איבער סאשעל מידיאַ. דער באג לאז אייך רופן סיי וועם מיט די "פעיסטיים" עפּפּ, און גלייך הערן די אודיאָ פון זייער טעלעפאָן - איידער יענער הייבט אויף די רוף. עפּל זאגט אז די פראבלעם וועט אדרעסירט ווערן אין א אפדעיט "שפּעטער די וואָך". עפּל האט אויסגעשאלטערט גרופּ-פעיסטיים אין אַן פּרווון צו אַדרעסירן דעם פראבלעם אויף דערווייל.)

זעהט די באג

עס ווערט ערגער!

עס שטעלט זיך ארויס אַז טייל קענען אויך זעהן ווידעא פון יענעם אהן אויפהייבן און ענטפערן!

פאלגענד איז טריט-ביי-טריט אנווייזונגען וויאזוי צו זעהן די באג:

  1. הייבט אן א ווידיא פעיסטיים רוף מיט אן אייפאון קאנטאקט
  2. ווילאנג עס קלינגט נאך, סווייפט ארויף צו צולייגן נאך א מענטש
  3. לייגט צו אייער אייגענע נומער צו די רוף
  4. עס וועט זיך אנהייבן א גרופ פעיסטיים רוף מיט אייך אריינגערעכנט, און די אודיא פון יענעם, כאטש וואס יענער האט נישט אויפגעהויבן!


וואס צו טוהן?

לעשט אויס די פעיסטיים עפּפּ. גייט צו די סעטינגס, גייט אריין אין די פעיסטיים אפטיילונג און לעשט עס אויס.

וויאזוי אויסצולעשן פעיסטיים
וויאזוי אויסצולעשן פעיסטיים

באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל