דער פענטאַגאָן האָט באַריכטעט, אז אן אמעריקאנער עירפארס פליגער אנגעפולט מיט אמעריקאנער און אינטערנאציאנאלע אבזערווירער, איז אריבערגעפלויגן העכער אוקראינע אין א ספעציעלע מיסיע, אלס א צייכן פון סאלדאריטעט מיט אוקראינע, נאך דער נעווי קאנפראנטאציע מיט רוסלאנד עטליכע וואכן צוריק, אין וועלכן רוסלאנד האט פארכאפט עטליכע אוקראינע נעווי שיפן אין דער קערש וואסער-וועג. דער פלי מיסיע איז געווען אונטער די אינטערנאציאנאלע אפענע הימלען אפמאך, און עס איז געקומען אויף די פארלאנג פון אוקראינער. עפעס וואס אמעריקע האט גערן אהערגעשטעלט, די לעצטע מאל וואס אזא סארט פלי רייזע איז פארגעקומען איז געווען אין 2014 ווען רוסלאנד האט אנעקסירט דעם קריימיע האלב-אינזל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל