ווי באריכטעט, האט די פראנצויזישע רעגירונג זיך געבראכן און אראפגענומען דעם אומפאפולערן גאזאלין שטייער, אבער פארט האלטן די פראטעסטן ווייטער אן אין מזרח-פראנקרייך. פראנצויזישע רעגירונג באאמטע זענען באזארגט אז טראץ וואס דאס זענען ציווילע פראטעסטן קען דאס ווערן גענוצט דורך קרימינאלן און ראדיקאלן צו אנזייען כאאס. די פראנצויזישע רעגירונג האט אויסגעלייגט 89,000 פאליציאנטן איבער גאנץ פראנקרייך, און געמאלדן אז צוליב די אומרוען וועלן אלע טוריסט אטראקציעס - אריינגערעכנט דעם לעגאנדארן אייפעל טורעם - זיין פארשלאסן שבת.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל