צוויי רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם פון סאוט קאראליינע און באב קאורקער פון טענעסי זענען נעכטן ארויסגעקומען אין שפיץ פון א קאאליציע פון פילע רעפובליקאנער סענאטארן וועלכע האבן קריטיקירט דעם טראמפ רעזשים איבער איר האנדלונג אינעם מארד פונעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל קאשוגי. "דער קרוינפרינץ איז געפארפול און משוגע!" האט גרעהעם געזאגט, און געווארנט אז אמעריקע דארף שטיין דערויף אז ער זאל אפטרעטן פון אמט, זאגנדיג אז לויט וואס ער האט געהערט פונעם סי-איי-עי הויפט וואלט ער געפונען געווארן שולדיג אין מארד אין יעדע געריכט "אין ווייניגער פון א האלבע שעה"...

דער סענאט גרייט זיך די וואך צו שטימען אויף א ביל צו ענדיגן די אמעריקאנער שטיצע פאר די סאודיער קריג אין תימן, און עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן שטימען דערפאר טראץ די קעגנערשאפט פון די טראמפ אדמיניסטראציע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל