אין א אקט וואס די לאקאלע פאליציי באצייכנט אלס מעגליכע האסן פארברעכן, איז א גרויסער חנוכה מנורה אראפגעשטעלט דורך חב''ד, אראפגעשליידערט געווארן אין א פובליק פארק נעבן דעם באווואוסטער האַרוואַרד אונווערסיטעט אין קעמברידזש מאַסאַטשוסעטס, הארט פאר מען האט געדארפט צינדן דעם ערשטן חנוכה.

אין א ווידעא אפגעכאפט דורך א פארביייגייער, זעהט מען ווי א ווייסער מאן געקליידעט אין שווארצן ווארפט אראפ דער מנורה, און פארט דערנאך אוועק מיט זיין ביציקל.

די מנורה ווערט שוין אהינגעשטעלט דורך חב''ד פון האַרוואַרד פאר די לעצטע 19 יאר. לויט דער דירעקטאר פון חב''ד אין דער אונווערסיטעט הרב הערשל זרחי (א גוטע פריינד מיט דזשעראַד קושנער), איז דאס די ערשטע מאל אין צען יאר וואס די מנורה איז וואנדאליזירט געווארן. דאס איז אבער נישט די ערשטע האסן פארברעכן דעם יאר אין מאַסאַטשוסעטס, א מנורה איז גע'גנב'עט געווארן אין ברוקליין מאַסאַטשוסעטס מיט א וואך פריער, און אזוי אויך זענען האקנקרייצן געפונען געווארן געפירקלט אויף ווענט אין דעם דערנעבנדיגן שטאט באסטאן.

ר' הערשל האט אבער אויסגעדרוקט דאנקבארקייט פאר די פארבייגייער וואס האבן געהאלפן צוריק אויפצושטעלן די מנורה, (זעה ווידיא ביים ענדע פאר די ארטיקל), און פאר די שנעלע רעאקציע פון לאקאלע באאמטע צו פארדאמען דעם אינצידענט.

די האַרוואַרד אונווערסיטעט מנורה שטייענדיג
די האַרוואַרד אונווערסיטעט מנורה שטייענדיג

די האַרוואַרד אונווערסיטעט מנורה אומגעווארפן
די האַרוואַרד אונווערסיטעט מנורה אומגעווארפן

די אפיס פון די קעמברידזש מעיאר האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט איבער די אינצידענט
די אפיס פון די קעמברידזש מעיאר האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט איבער די אינצידענט

הרב הערשל זרחי מיט דזשעראַד קושנער
הרב הערשל זרחי מיט דזשעראַד קושנער

פארבייגייער האבן געהאלפן צוריק אויפצושטעלן די מנורה


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל