דעם שרעקלעך ווידיאָ דאַרף דינען ווי אַ לעקציע צו יעדעם, זיכער צו מאַכן אַז זיי האָבן סמאָוק דעטעקטאָרס וואס ארבעטן, און האָבן א פייער עקסטינגווישער אין זייער שטוב.

זעהט אין די ווידיא ווי די מנורה פלאקערט אויף אין אַ ניו דזשערסי היים, און הייבט אַן צו אַראָפּרינען צו די פּאָדלאָגע - ווען קינדער קענען געהערט ווערן פון די אַנדערע שטאָק.

פּלוצלינג, הערט זיך אַ סמאָוק דעטעקטאָר אַלאַרם, און דער פאָטער ווערט געזעהן אַראָפּלויפענדיג די שטיגן. נאָכ'ן איינזעהן אַז ער וועט נישט קענען אויסבלאָזן די פלאַמען מיט די מויל, האָט ער אַ כאַפ געטוהן די פייער עקסטינגווישער פון די קיך, און גיך אויסגעלאָשן דעם פייער - ראַטעווענדיג זיין היים און זיין משפּחה.
באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל