די עף.די.ען.וויי. האט ארויסגעגעבן א בולעטין איבער די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען וואס רעליגיעזע אידן דארפן נעמען צו פארמיידן פייערן, ספעציעל ביים מקיים זיין די מצוות נר שבת און נר חנוכה.

פאלגענד איז א טייל פון די מאסנאמען רעקאמענדירט דורך די פייער ספעציעליסטן ביים קאכן:

  • בלייבט אין קאך ווילאנג איר קאכט; לאזט נישט די עסן אויפ'ן פייער אליינס.
  • גייט נישט מיט קיין לויזע קליידער, ספעציעל ארבעל, ביים קאכן, ווייל עס כאפט גרינגער אן פייער.
  • גיבט ספעציעל אכטונג ווען איר באהאנדלט זידיגע (קאכעדיגע) וואסער.
  • דרייט קיינמאל נישט ארויף די טעמפּעראַטור העכער ווי רעקאמענדירט.
  • ווערט נישט איבערגענומען מיט די קינדער, טעלעפאון רופן, קלאפ ביים טיר אדער אנדערע איבעררייסן.
  • שאפט א קינדער-פרייע זאנע כאטש דריי פיס ארום די אויווען
  • האלט די פלאץ פריי פון האנטיכער, פאפירן און אנדערע מאטעריאלן וואס קענען ברענען.
  • דריי ארום די טאָפּ הענטלעך צו די וואנט, אוועק פון די אדורכגאנג, עס זאל זיך נישט מיטשלעפן אדער איבערקערן.
  • האט צו די האנט די דעקל און א פּודעלע בעיקינג סאָדע צו העלפו פארלעשן א פייער. נוצט נישט קיין וואסער!
  • שווענקט גלייך א ברי ח"ו מיט לויפעדיגע קיהלע וואסער, און באקומעט מעדעצינישע באהאנדלונג.

פאלגענד איז א טייל פון די מאסנאמען רעקאמענדירט דורך די פייער ספעציעליסטן ביים צינדן ליכט:

  • נוצט קרעפטיגע און סטאבילע לייכטערס און ליכט האלטערס, וואס קענען נישט ברענען.
  • לייגט ברענעדיגע ליכט כאטש פיר פיס אוועק פון די פאָרהאַנג, קאבינעט, געלעגער
  • לייגט ברענעדיגע ליכט ווי קינדער קענען נישט צוקומען.
  • לעשט אויס - ווען מעגליך - די ליכט ווען די פלאם קומט אן צווי אינטשעס פון איר האלטער.
  • לאזט קיינמאל קיין ברענעדיגע ליכט אליינס.
  • באהיט אייער קליידער, האָר ווען איר באנעמט זיך מיט פייער.
  • פארמיידט שוועבל, צינדערס און אנדערע שעדליכע געצייגן פון קינדער.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל