צענדליגע משפחות האבן אויפגענומען מיט פארלייכטערונג די נייעס אז די פירער פונעם קולט -  וועלכע רופט זיך ״לב טהור״ - זענען ארעסטירט געווארן און וועלן אויסשטיין קלאגעס פון קידנעפינג און נאך פארברעכנס וואס זיי זענען באגאנגען. לויט דעם ״ישיבה ווארלד ניוז״ וועבזייטל איז דער ארעסט פארגעקומען אין מעקסיקא נאך א געמיינזאמע אפעראציע צווישן די עף-בי-איי און אינטערפאל, און איז געקומען נאכדעם וואס דער קולט האט ווידער געקידנעפט פאריגע וואך א מיידל, נאכדעם וואס איר פאמיליע האט איר ארויסגעראטעוועט פון דארט. לויט דעם באריכט זענען 5 פון די הויפט פירער פונעם קולט אונטער ארעסט און וועלן מעגליך אויסגעליפערט ווערן קיין אמעריקע פאר א פראצעס.

👈 אומקום פון שלמה העלבראנץ ברענגט געמישטע געפילן ביי די אלוועלטליכע אידנטום (בילדער און ווידיאס)



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

2 תגובות

  1. נישט נארמאל זיך צו פרייען אזוי פובליק קעגן 5 אידן ארעסטירט. זיי זענען ערליכע אידן. מאכן א טעות. אבער א איד פריידט זיך נישט פובליקלי אזוי שטארק מיט אן אנדערן'ס איד מפלה.

    השבמחק
  2. פונקט פארקערט! א יעדע עהרליכע איד פארשטייט די חילוק פון א גוטע מענטש און א כאלוגאן וואס איז נאר א איד צוליב וואס זיין טאטע האט אים גע'מל'ט...

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל