די אנגייענדע שלאכטן אין תימן צווישן די סאודי געשטיצטע קאאליציע און די הוטי רעבעלן איז פארשטערקערט געווארן, נאכדעם וואס ביידע זייטן קעמפן מיט אלע כוחות איבערצונעמען קאנטראל פון דעם פארט שטאט האדיידע. באריכטן זאגן אז צענדליגע רעבעלן זענען נעכטן אומגעקומען דורך די תימנ׳ער זיכערהייטס קרעפטן געשטיצט דורך סאודי אראביע. און אזוי אויך אמווייניגסטנס 11 תימנ׳ער זעלנער.

די אינטערנאציאנאלע געמיינדע איז שטארק באזארגט איבער די הומאניטארע אומשטענדן אין תימן, ספעציעל נאכדעם וואס דער פארט שטאט האדיידע דינט אלס הויפט פארט צו צושטעלן עסנווארג און הומאניטארע געברויכן פאר די באפעלקערונג אין תימן, וואו מיליאנען ליידן פון הונגער. דער "אמנעסטי אינטערנאציאנאל" האט אויך געווארנט, אז די הוטי רעבעלן שטעלן זייערע מיליטערישע קאמאנד צענטערן העכער שפיטעלער און שולעס, אזוי ארום צו פראוואקירן די סאודיער קרעפטן צו באמבאדירן דארט, כדי צו פארשטערקערן די דרוק קעגן זיי איבער די וועלט.

שלאכטן אין תימן ווערן מער אינטענסיוו

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל