דעם פארלאפענעם אקטאבער איז געווען דער ערשטער מאנאט וואס די שארפע טאריפס אויף די כינעזער אימפארט איז אריין אין קראפט אין אמעריקע, און - ווי עס שטעלט זיך ארויס - האט דאס נישט עפעקטירט כינעזער עקספארט, און נאך מער, עקספארט איז געשטיגן מיט איבער 16% פארגליכן צו א יאר פריער, טראץ וואס מען האט זיך גערישט אויף א שוואכן חודש. אבער אנאליסטן זאגן אז טראץ וואס עס איז איבערשנד, איז דאס פארשטענדליך, וויבאלד דער כינעזער וואלוטע איז געפאלן מיט ארום 10%, און דאס האט געשטופט עקספארטירער צו אויסנוצן די געלעגנהייט און עקספארטירן ווי מער.

כינע האט אויך געעפנט שטערקערע מארקעטס אויסער אמעריקע. דער פארלאפענע חודש איז געווען א שטארקע אויפשטייג אין עספארט קיין יאפאן און קיין אייראפע. אבער אנאליסטן זאגן אז דער אויפשטייג איז בלויז צייטווייליג, ספעציעל וויבאלד די טאריפס זענען ערווארטעט צו שטייגן צו 25% ביים ענדע פונעם יאר אויב אמעריקע און כינע קומען נישט צו קיין פארשטענדעניש.

כינעזער עקספארט שטייגט דראסטיש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל