בילד
ניו יארק - א גרויסע טראָק האט שיעור נישט אראפגעקלאפט א אינגל וואס איז נארוואס אראפגעקומען פון זיין חדר באָס. די שאקירענדע געשיכטע האט זיך אפגעשפיעלט אין קרית יואל, ווען א סאטמאר'ע באָס האט אראפגעלייגט די קינדער מיט אנגעצונדענע לעמפעלעך אינמיטן א אינטערסעקשאָן, און א פּאָלאַרד ספּרינגס טראָק האט זיך גענומען פארן. עס האט געפעהלט א האר אז דאס קינד זאל ח"ו אראפגעלאפט ווערן דורכ'ן טראָק וואס האט נישט געקענט געהעריג זעהן דאס קינד פון זיין פענסטער, אבער די השגחה פרטית האט געגעבן די שכל פאר א דערנעבנדיגע אינגערמאן צו פייפן מיט זיין קאר אין די ריכטיגע סעקונדע! דאס קינד איז ב"ה אפגעקומען מיט שרעק.

אין די ווידיא קען מען הערן די רעאקציע פון דעם אינגערמאן און זיין קינד, אין די שרעקליכע סעקונדעס בשעת'ן און נאכ'ן אינצידענט.


אין א אומפאַרבונדענע אינצידענט, קען מען זעהן אין די צווייטע ווידיא ווי א סאטמארע סקול באָס, אויך אין קרית יואל, פארט ווילד אריבער א רויטע לאמפ, לייגענדיג אלע ארומיגע מאָטאָריסטן אין א סכנה. ה"י.


אפדעיט:
פּאָלאַרד ספּרינגס האט געטוויט'ד אז זיי זענען אויפמערקזאם איבער די סיטואציע, און וועלן זילך אפגעבן דערמיט.

פּאָלאַרד ספּרינגס טוויט
פּאָלאַרד ספּרינגס טוויט


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל