אין א גאר קריאוזע סטעיטמענט, האט סי.ען.ען. אַנקער דאַן לעמאָן דערקלערט אז די גרעסטע טעראר-ריזיקע פאר אמעריקע קומט פון ווייסע מענער.

אין א אינטערוויו מיט א אנדערע סי.ען.ען. אַנקער קריס קאומאו, האט לעמאָן געזאגט אז ווי איידער זיין פארנומען מיט די אזוי-גערופענע סכנה פון די פליטים קאראוואן, ווען די ריכטיגע סכנה קומט פון די ווייסע מענער, מערסטענס ראדיקאליזירט.

לעמאָן האט זיך נאכמער אריינגעלייגט די פיס אין מויל, ווען ער האט געזאגט -צווישן אנדערע - אז "מ'דארף עפעס טוהן איבער זיי. עס איז נאכנישט פארהאן קיין רייזע פארבאט אויף זיי. איז איז נישט פארהאן קיין 'ווייסע מענטשן' פארבאט. וואס גייט מען טוען איבער דעם?"


פרעזידענט טראמפ האט זיך אויסגעדריקט אין א טוויט, אז ער האט געמיינט אז "די ווידיא איז ארויסגענומען געווארן פון קאָנטעקסט, אבער ניין. דאס איז סתם דאַן לעמאָן זייענדיג א שוטה. ליידער איז דאס די וועג וויאזוי די לינקע טראכטן אייגענטליך. גרויליג! שטעלט אייך פאר ווען מ'טוישט די ווערטער 'ווייסע מענטשן' מיט א אנדערע גרופּע".

טראמפ'ס טוויט
טראמפ'ס טוויט

אויך אנדערע פיגורן איבער'ן לאנד האט פארדאמט דאַן לעמאָן'ס דערקלערונג, אבער לעמאָן שפריט נישט אז ער האט געזאגט עפעס אומריכטיג. ער רופט עס די "אומבאקוועמטע אמת", און רופט די וואס רעדן זיך אפ, אז זיי פארפאסן די פּונקט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל