די רעפובליקאנער פארטיי איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פאר׳ן ארויסשטעלן א קאמפיין עד אין קאנעטיקוט, אין וועלכע זיי האבן זיך באנוצט מיט אנטיסעמיטישע סטעריאטיפן צו ארונטערייסן דעם אמטירנדער אידישער קאנגרעסמאן מעטיו לעסער. אינעם עד זעט מען לעסער ווי ער האלט נעבן זיין מויל עטליכע הונדערט דאלער, און זיין געזיכט איז גאר באגייסטערט. דער עד שפיגלט אפ קלאסישע אנטיסעמיטישע קאריקאטורן, וועלכע שפעטן אפ אידן אלס געלט גייציג און קארופטירט.

אין אנהויב האבן די רעפובליקאנער פארטיידיגט דעם עד, זאגנדיג אז עס איז געצילט בלויז קעגן לעסער. אבער דער רעפובליקאנער פארזיצער אין קאנעטיקוט האט נעכטן ארויסגעליייגט א סטעיטמענט, אין וועלכע ער אנערקענט אז דער עד איז אנטיסעמיטיש. ער זאגט אז ער וועט זיך טרעפן מיט פארשטייער פון די "אנטי דעפעמאציע ליגע", צו דיסקוטירן וויאזוי צו פארמיידן אזאנס אין די צוקונפט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל