פרינץ אכמאד בין-אבדולאזיז, דער ברודער פון קעניג סאלמאן און פעטער פונעם מאכטפולן קרוינפרינץ מוכאמאד בין-סאלמען האט זיך נעכטן באוויזן אין ריאד צו אלעמענס איבעראשונג, נאכדעם וואס ער איז אין די לעצטע דריי מאנאטן געווען אפוועזנד פון סאודי אראביע, און קריטיקירט די אויפפירונג פון זיין פלומעניק בין-סאלמאן.

דאס אומקער פון בין-אבדולאזיז ווערט אויסגעטייטשט דורך פילע אלס א צייכן אז ער איז גרייט צו באנייען זיין מאכט געראנגל מיט זיין פלומעניק איבער דעם קרוין, נאכדעם וואס עס האט אויסגעקוקט אז בין-סאלמען האט שוין צעמענטירט זיין מאכט. אבער די לעצטע אינטערנאציאנאלע קריזיס ארום די קאשוגי מארד, האט געעפנט א פענסטערל פאר אים צו צייגן אז דער קרוינפרינץ איז אומערפארן און נישט פעאיג צו פירן די מלוכה.

קוועלער אין די מלוכה הויז לייקענען די קלאנגן, און זאגן אז די פאקטן זענען פונקט פארקערט. דער קעניג האט גאר גערופן פאר זיין ברודער בין-אבדולאזיז זיך צו אומקערן, כדי צו צייגן אז די מלוכה פאמיליע איז פאראייניגט אין די קריטישע צייטן. אפיציעלע מידיא באריכטן האבן געזאגן אז בין-סאלמען האט אויפגענומען זיין פעטער אין לופטפעלד און אים באגריסט, אבער האבן נישט צוגעשטעלט קיין בילדער דערפון.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל