אילינאי - א שיקאַגאָ פּאָליציי אָפיציר איז דערשאָסן געוואָרן נאָכפאָלגענדיג אַ טראַפיק אָפּשטעל, בערך עלף אזייגער היינט פאַרמיטאָג.

אַ שיקאַגאָ פּאָליציי וואָרטזאָגער אַנטאָני גוגליעלמי האט איבערגעגעבן , אַז אַ אָפיציר איז דערשאָסן געווארן אין זיין וועסטל דורך אַ פּאַרשוין וואָס איז אַדורכגעפאָרן אַ סטאַפּסיין אָהן אָפּשטעל. דער פּאָליציאַנט האָט צוריקגעשאָסן.

דער אָפיציר איז אָפּגעפירט געוואָרן צו די "ליטל קאָמפּאַני אָוו מערי" שפּיטאָל.

די אינצידענט קומט נאכדעם וואס א אנדערע פּאָליציי אָפיציר איז אומגעקומען פון זיינע וואונדען, פון די נעכטיגע שפּיטאָל שיסעריי.

שיקאַגאָ פּאָליציי אָפיציר דערשאָסן און פאַרוואונדעט געוואָרן ביי אַ טראַפיק אָפּשטעל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל