א פּאָליציי אָפיציר און א אנדערע מענטש זענען אין א קריטישע צושטאַנד, נאָך אַ שיסעריי ביי אַ שיקאַגאָ שפּיטאָל היינט מאנטאג נאָכמיטאָג. די פארדעכטיגטער שיסער איז טויט נאָך די שיסעריי אין די "מערסי" שפּיטאָל, לויט די שיקאַגאָ פייער דעפּאַרטמענט. נאך א אפיציר איז געשאסן געווארן, אבער די קויל האט אנגעטראפן זיין ביקס און אים נישט געשעדיגט.

די דריי באטראפענע זענען אריינגעפירט געווארן צו אַ אנדערע שפּיטאָל, אין א קריטיש צושטאַנד לויט צו די שטאָט'ס פייער אָפּטיילונג. איינע פון די באטראפענע, איז געשטארבן פון די וואונדן.

דזשעימס גרעי, א בייוואוינער פון די אינצידענט, דערציילט אז ער געזעהן אַ מאַן (דער שיסער) און אַ פרוי (זיין געוועזענע כלה, וואס איז אויך א דאקטאר אין "מערסי") רעדן איינער צום צווייטן, און פלוצלינג האט דער מאַן ארויסגעצויגן אַ ביקס און דערשאָסן דעם פרוי, דר. תמרה א'ניעל, און דאַן אָנגעהויבן שיסן אנדערע אין די שפּיטאָל.

"ווען ער איז אריינגעקומען, האט ער אנגעהויבן שיסן אויף אבי וועם," האט גרעי געזאגט. "עס האט אויסגעקוקט ווי ער דרייט זיך און ציהלט אויף וועם עס האט זיך געלאזט".

נאָך די שיסעריי, האט די פּאָליציי דורכגעפירט אַ סיסטעמאטישע זוך אין דעם שפּיטאָל, האט אַ שיקאַגאָ פּאָליציי דעפּאַרטמענט ווארטזאגער גע'טוויט'ד, ווען אויטאריטעטן האבן געווארנט דעם פובליק צו אויסמיידן די געגנט.

די שפּיטאָל איז געווען טיילוויז עוואקואירט.










קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל