ברוקלין - איין מענטש איז אומגעקומען מיטוואך צופרי נאָכדעם וואס פיר קאַרס האבן צונויפגעקראכט אויף די ברוקלין בריק און דריי פון זיי האבן אויסגעפּלאַצט אין פלאַמען, האבן פּאָליציי און פייער דעפּאַרטמענט ווארטזאגערס געזאגט.

זעכציג מיטגלידער פון די עף.די.ען.וויי. האבן זיך געיאגט צו די סצענע אויף די ברוקלין-געריכטע זייט פון די בריק אַרום 7:15 צופרי, און אויסגעלאשן די פייער אַ שטונדע שפּעטער, האט פייער דעפּאַרטמענט ווארטזאגער מייקל פּאַרעלאַ געזאגט.

איינער איז געשטארבן גלייך נאָך דעם פאַטאַלע קראַך, און פּאַראַמעדיקס האבן אריינגעפירט אן אנדערן צו ברוקלין שפיטאל, און פינף אנדערע האבן אפגעזאגט מעדיצינישע באהאנדלונג, האט פּאַרעלאַ געזאגט.

באאמטע פארשן נאך די אורזאך פון די טויטליכע צונויפשטויס און נאכקומענדע פייער.














באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל