אין ליכט פון די שוידערליכע הונגער קריזיס וואס באדראעט מיליאנען לעבנס אין תימן, האט אמעריקע גערופן פאר א באלדיגע פייער אפשטעל אין תימן צווישן די סאודי-געשטיצטע קאאליציע און די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן. פארטיידיגונס סעקערטאר דזשעימס מעטיס האט געזאגט אז אלע זייטן מוזן זיך צושטעלן צו א 30 טאגיקע פייער אפשטעל וואס איז גערופן געווארן דורך די יו.ען., און אזוי אויך האט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו געזאגט אז סאודי אראביע מוז ענדיגן די באמבאדירונגען אין די באוואוינטע געגענטער.

דאס קומט נאכדעם וואס עס שטייגט די אינטערנאציאנאלע דרוק אויף אמעריקע צו ענדיגן איר שטיצע פאר די בלוטיגע קריג אין תימן וואס האט שוין אומגעברענגט צענדליגע טויזנטער, און האט אריינגעפירט דאס לאנד אין א שוידערליכע הונגער וואס באדראעט איבער 12 מיליאן מענטשן צו אויסגיין פאר הונגער. די יו.ען. האט באצייכנט דעם הומאניטארישע צושטאנד אין תימן, אלס איינע פון די ארגסטע וואס מען האט געזען די לעצטע יארהונדערט, און ווארנט אז אויב נעמט מען נישט באלדיגע שריט קענען מיליאנען מענטשן אויסגיין פאר הונגער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל