א רוסישער יונגנטליכער האט זיך אויפגעריסן מיט אן אויפרייס אפאראט, אינעוויניג אין די הויפטקווארטירן פון די עף-עס-בי געהיים דינסט אינעם שטאָט ארכאנגעלסק אין רוסלאנד. ער איז אומגעקומען און דריי ארבייטער זענען פארוואונדעט געווארן.

דער 17 יעריגער מיכאיל זשלאביצקי איז א סטודענט אין די לאקאלע שולע, און האט געהערט צו א גרופע פון אנטי-רעגירונג אנארכיסטן און קאמוניסטן. ער האט געשריבן אויף סאציאלע מידיא, אז די געהיים דינסט פייניגט רוסישע בירגער. ער האט זיך באצויגן צו צוויי קעיסעס אין וועלכע די עף-עס-בי האט געברענגט קלאגעס קעגן גרופעס, וועלכע זיי האבן באשולדיגט אין קאנספירירן צו אומווארפן דעם רוסישן רעגירונג. דער אינצידענט ווערט באהאנדלט דורך די רוסישע אויטאריטעטן אלס א טעראר אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל