אסטראנאטן האבן געדארפט פארלאזן דער רוסישער ספעיס שאטעל ״סויעז״ אינמיטן ארויספליען צום ספעיס, נאכדעם וואס עס האט זיך געמאכט פראבלעמען אינעם מעכאניזם. דער פראבלעם האט זיך געמאכט געציילטע מינוטן נאכ׳ן ארויספליען פונעם רוסישן ספעיס סטאנציע אין קאזאכסטאן, און די אסטראנאטן האבן באוויזן זיך צו ראטעווען דורך אפטיילן זייער קאפסול פונעם ראקעט און לאנדען אינעם מדבר.

אינעם ראקעט האבן זיך געפונען איין רוסישער קאָסמאָנאַוט און איין אמעריקאנער אַסטראָנאַט. אין די לעצטע יארן טוט נאסא זיך באנוצן מיט רוסישע ראקעטן צו ארויפשיקן אסטראנאטן, ביז די אמעריקאנער פירמעס זענען גרייט צו צושטעלן דעם דינסט פאר נאסא. עס געפונט זיך א שטאב פון נאסא ביים רוסישן ספעיס סטאנציע, וואס האט געהאלפן ראטעווען די אסטראנאטן פונעם פעלערהאפטיגן ספעיס-שיף.

דער רוסישער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער האט געזאגט, אז דערווייל שטעלט רוסלאנד אפ אלע מענשטליכע מיסיעס צום ספעיס, ווילאנג די אינצידענט ווערט גרונטליך אויסגעפארשט, און האט אויסגעדרוקט האפענונג אז אמעריקע וועט אויסדריקן פארשטענדעניש און קאאפערירן מיט די אונטערזוכונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל