כינע'ס געוואלדיגע עקספּאָרט מאַשין האט אומערווארטעט דערגרייכט א העכערע שטאפל אין סעפּטעמבער, און אנגעקומען צו א רעקאָרד סורפּלאָס מיט אמעריקע, וואס קען פארערגערן די שוין-אנגעצויגענע געמיטער צווישן בעיזשינג און וואשינגטאן.

אנאליסטן זאגן אז די שטארקע עקספּאָרט וואוקס פון די פארגאנגענע מאנאט, וואס קען אנדייטן אז טראָמפּ'ס טאַריפן טוט נישט צופיהל אויף, וועט נישט אנהאלטן פאר א לאנגע צייט. אבער די געזונטע ציפערן - באריכטעט פרייטאג דורך כינע'ס קאָסטומס אגענטור, די לעצטע פאר די מידטורם וואלן אין נאוועמבער, קען ברענגן א פרישע רעאקציע פון די טראָמפּ אדמיניסטראציע.

סעפּטעמבער עקספּאָרטן האבן געשטיגן מיט 14.5 פראצענט אין פארגלייך צו די זעלבע צייט א יאהר צוריק, די שנעלסטע וואוקס זינט פעברואר; היפש העכער פון די 9.8 פראצענט וואס זי איז געשטיגן אין אוגוסט, און זיכער העכער די ערווארטעטע 8.9 פראצענט.

"מיט די ווארשיינליכע אָפּקילונג פון די גלאבאלע וואוקס אין די קומענדיגע יאהר-פערטל און די אמעריקאנער טאַריפן וואס ווערט כסדר שארפער, וועט די לעצטע שטארקייט נישט אנהאלט צו לאנג", האט ערקלערט דזשוליאַן עוואַנס-פריטשאַרד, א סיניאָר כינעזער עקאָנאָמיסט.

בילד

באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל