דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין ריאד אינעם קעניגליכן פאלאץ, אין ברען פון אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל איבער׳ן שיקזאל פון א סאודיער זשורנאליסט וואס איז פארשוואונדן געווארן און ווארשיינליך ערמארדעט געווארן אינעם סאודיער אמבאסאדע אין איסטאנבול. אין די זעלבע צייט האבן די טערקישע אויטאריטעטן געזאגט, אז זיי האבן געענדיגט א אונטערזוכונג פונעם סאודיער אמבאסאדע, און געוויסע קוועלער זאגן אז עס זענען פארהאן באווייזן וועלכע צייגן איבער דעם מארד פון זשאמאל קאשוגי.

אין זיין עפנטליכע סטעיטמענט, האט פאמפעאו זיך געשטעלט צו די זייט פון די סאודיער רעזשים, און אויסגעלויבט דעם קעניג פאר׳ן ״פולשטענדיג קאאפערירן״ מיט די טערקישע אויספארשונג, טראץ וואס טערקיי זאגט אז די סאודיער האבן געשטערט דעם אויספארשונג פון די ערשטע מינוט.

פארשידענע מידיא קוועלער זאגן, אז די סאודיער רעגירונג גרייט זיך צו ארויסקומען מיט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי וועלן זיך אנטשולדיגן איבער׳ן מארד, און זייער ווערסיע וועט זיין אז מען האט אים נישט געוואלט אומברענגען, נאר דער ציל איז געווען אים צו פארכאפן און ברענגען קיין סאודי אראביע פאר אויספארשונג, און אז די פארכאפער וועלכע האבן אים אומגעברענגט וועלן געשטעלט ווערן צו יוסטיץ.

בילד

👈 זעהט צוויי ווידיאס

ענומען מיט רשות פון פיינע נייעס




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל