סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן געמאלדן אז דער קריזיס צווישן אמעריקע און טערקיי האלט ביים קומען צו אן ענדע, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער גייסטליכער ענדרו ברונסאן איז פרייגעשפראכן געווארן היינט אין א געריכט אין טערקיי אונטער אן אפמאך געשלאסן צווישן אמעריקע און טערקיי.

ברונסאן שמאכטעט שוין צוויי יאר אין טערקישע טורמע אויף אנגעבליכע קלאגעס אז ער האט געשפילט א ראלע אין א פוטש פארזוך קעגן דעם טערקישן פרעזידענט ארדואן, א באשולדיגונג וואס ער און זיין פאמיליע לייקענען קאטעגאריש, און אין די לעצטע חדשים האט די טראמפ אדמיניסטראציע געלייגט סאנקציעס אויף טערקיי איר צו צווינגען אז זיי זאלן אים באפרייען.

די אמעריקאנער סאנקציעס האבן פארערגערט אן עקאנאמישע קריזיס אין טערקיי, און האט געברענגט א שווערע קריזיס אין די קעגנזייטיגע באציאונגען, אצינד איז ווי עס שיינט געשלאסן געווארן אן אפמאך צו צוריקברענגען ברונסאן און דער געריכט האט אים צוגעטיילט בלויז די צייט וואס ער איז שוין געזיצן און אים פרייגעשפראכן זיך צו צוריקקערן קיין אמעריקע, אדער פארבלייבן אין טערקיי אויב ער וויל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל