בראָנקס - א באנדע שיסער האבן געעפנט פייער אויף א טאטע, ווען ער האט שפאצירט מיט זיין דריי יעהריגער טאכטער אין יוניווערסיטי הייטס, און די גאנצע אינצידענט איז אָפּגעכאַפט געווארן דורך א סורוועילענס קאַמערע.

די ווידיא ווייזט, ווי די חברה דערנענטערן זיך צו דעם באטראפענער די וואך מאנטאג, פאר זיי נעמען זיך שיסן. די קליינע מיידל ווערט דאן געזעהן אנטלויפן, און איר דרייסיג יעהריגער טאטע שאהן ווילסאָן לויפט איר נאך. די דריי פּאַרשוינען לויפן אויך נאך, און א געשלעג ברעכט אויס ווען זיי שלעפן אוועק דאס קינד פון איר טאטע. ווילסאָן ווערט דאן געשאסן אין זיין פיס.

מר. ווילסאָן איז אריינגעפירט געווארן צו די סט. בּאַרנאַבאָס שפּיטאָל, ווי ער איז ערווארטעט צו איבערלעבן. דאס קינד איז נישט געשעדיגט געווארן פון די אינצידענט. ווילסאָן האט געזאגט פאר די פּאָליציי אז ער קען זיך נישט מיט די פארשוינען, אדער פארוואס זיי האבן אים אטאקירט. די פּאָליציי פארדעכטיגט אז די שיסעריי קען זיין פארבינדן מיט דראָגס, און גלויבן אז ווילסאָן איז נישט אויפריכטיג מיט זיי. עס איז געפונען געווארן מיט אים צוועלף זעקלעך העראָין און מאַריכואַנאַ, ווען ער איז אנגעקומען אין די שפּיטאָל צו ווערן אפערירט אויף זיין פיס.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל