קאליפארניע - ניינציג מיליאן באנוצער זענען געווארן ארויסגעשריבן פון די סאשעל מידיע פלאטפארם פעיסבוק, נאכדעם וואס א העקעריי האט פארעפנטליכט אינפארמאציע פון פופציג מיליאן קאנטעס.

די פעיסבוק סי.אי.או. מארק זוקערבערג האט געזאגט, אז די העקערס האבן אויסגענוצט אן אריינגעבויעטע סיסטעם וואס לאזט זעהן די אייגענע אקאונט וויאזוי עס זעהט אויס ביי יענעם, און דורך דעם האבן זיי באוויזן צו לייגן זייערע הענט אויף די פופציג מיליאן באנוצער. זוקערבערג האט אויך געזאגט אז מען ווייסט נאכנישט פונקטליך ווער די העקערס זענען, און וואס זיי האבן געטוהן מיט די גערויבטע אינפארמאציע.

די נייעס קומט אין א צייט וואס פעיסבוק ליידט פון נאכאנאדע ערנסטע זיכערהייט מיסברויכן, פאר די לעצטע צוויי יאר.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל