ניו יארק - פינף מענטשן, אריינגערעכנט דריי קינדער, זענען דערשטאכן געווארן דורך אן ארבעטער פון א דעי קעיר צענטער אין א ניו יארק סיטי היים. די פאליציי זענען גערופן געווארן 3:30 פארטאגס צו די היים-באזירטע דעי קעיר אין פלאשינג, קווינס, נאכדעם וואס די שכינים האבן געהערט קוויטשערייען.

דריי פּיצל קינדער זענען צווישן די באטראפענע, אריינגערעכנט צוויי מיידלעך און א אינגל. איינע פון די קינדער זענען אין א ערנסטע צושטאנד, אבער אלע זענען ערווארטעט זיך צו ערהוילן. א פרוי וואס האט אויך געארבעט אין די דעי קעיר, און א טאטע פון איינע פון די באטראפענע קינדער, זענען אויך געשטאכן געווארן.

דער 52-יעהריגער פרוי וואס איז פארדעכטיגט צו האבן ארדוכגעפירט די גרויזאמע אטאקע, איז געפונען געווארן אין די קעלער מיט זעלבס-געשאפענע מעסער וואונדן אויף איר האנט.

בילד

בילד

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל