ניו יארק - דער דעמאקראטישע קעגענערין פון גאווערנער קאומא אין די פארלאפענע פריימעריס, זאגט אז זי איז נישט גרייט צו אינדארסירן קאומא, ווילאנג ער ווארפט נישט ארויס פון זיין קאמפיין די וועלכע זענען געשטאנען אונטער א פאפמפלעט וועלכע האט איר באצייכנט אלס אנטיסעמיטקע, און ער דארף זיך אנטשולדיגן פאר איר.

ניקסאן האט באקומען איבער א האלב מיליאן שטימען, און די קאומא קאמפיין זוכט איר אינדארסירונג. דערווייל האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט מארק מאלינאראו זיך ארויפגעכאפט אויף דעם און זיך אנגעשלאסן אין ניקסאן צו פארדאמען קאומא פאר׳ן נישט ארויסווארפן דעם געהילף וואס האט באשטעטיגט די קאמפיין מאַטעריאַל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל